פֿון דער רעדאַקציע #8
די לעצטע חדשים זײַנען געווען
שווערע און גאָר ניט קיין פֿריילעכע פֿאַר דער גאָרער וועלט. ס'איז גאָר ניט די ערשטע
און, גאָט־זאָל־אָפּהיטן, מעגלעך ניט די לעצטע שווערע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון
דער מענטשהייט בכלל און פֿון אונדזער פֿאָלק בפֿרט. אָבער מע האָט זיך שוין ווי־ניט־איז
צוגעוווינט גובֿר צו זײַן. ווי עס האָט געזונגען מאיר אריאל: "עבֿרנו את פּרעה, נעבֿור
גם את זה" – "מ'האָט איבערגעלעבט פּרעהן, וועט מען אויך דאָס איבערלעבן".
אָדער ווי עס פֿלעגן אין ביטערע צײַטן להכעיסדיק אַרויסרופֿן די מאָסקווער ייִדיש־רעדנדיקע
רעפֿיוזניקעס סוף 1960ער: "לעבן, דערלעבן און איבערלעבן!" די אַלגעמיינע ווײַט
ניט קיין פֿויגלדיקע שטימונג האָט אַװדאי משפּיע געווען אויך אויף די מיטגלידער פֿון דער
רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון "ייִדישלאַנד" בעת דער אַרבעט איבער דעם איצטיקן
נומער, אָבער מע גיט זיך ניט אונטער.
מיר האָבן שוין געהאַט אַרויסגעלאָזט אַ
ריי טעמאַטישע נומערן. איינער איז געווען געווידמעט איבערזעצונגען אין ייִדיש פֿון
אַנדערע שפּראַכן, אַן אַנדערער איז אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער
דיכטונג, דערנאָך נאָך איינער – אַ "ביראָבידזשאַנער" נומער און גאָר
לעצטנס אַ "כּולו־ישׂראלדיקער" נומער מיט ווערק און שאַפֿונגען פֿון
ישראלדיקע מחברים. דער איצטיקער נומער איז ווי די סאַמע ערשטע צוויי אָפּגעגעבן דער
אָנגייענדיקער אַרבעט פֿון הײַנטיקע פּאָעטן, פּראָזאַיקער, פּובליציסטן,
פֿאָרשער.
מיר האָפֿן אַז פֿון צײַט צו צײַט
וועט מען אויך ווײַטער קאָנען צוגרייטן ספּעציִעלע "טעמאַטישע" נומערן,
אָבער קודם־כּל מוז מען אָנגיין מיט דער הײַנטיקער שעפֿערישקייט ווי־ווײַט מעגלעך אויף
אַ ברייטן פֿאַרנעם, כּסדר מיט אַן אויפֿריכטיקער כּוונה, אי ערנסט, אי מיט אַ גוטהאַרציקן
שמייכל.
יעדערער וועט מישפּטן וואָס איר אָדער
אים איז אין דעם נומער מער צום האַרצן און למען־השם נעמט זיך ניט צום האַרצן
טאָמער שטויסט איר זיך אָן אויף עפּעס וואָס איז אײַך לאוו־דווקא צום גוסט. אַבי
מ'זאָל לייענען מיט קאָפּ דאָס, וואָס איז יאָ אינטערעסאַנט און צום האַרצן. און אויב
דאָ און דאָרט וועט מען אַ לאַך טאָן, איז נאָך בעסער. אַבי ניט מיט יאַשטשערקעס.
פֿון דער רעדאַקציע #6-7
7 מײַ 1934
אין זיבעטן טאָג פֿונעם חודש מײַ
איז באַגינען געגאַנגען אַ רעגן.
ער האָט לוסטיק געקלאַפּט
אין די דעכער פֿון שטאָט,
אין די ברעטער פֿון נײַעם געבײַ,
און נאָך דעם אַוועק
צו די גרינע אַמורישע ברעגן –
אַ לוסטיקער רעגן,
אַ פֿריילעכער שטיפֿער
אין אָנהייב פֿון חודש מײַ.
פֿון דער רעדאַקציע #5
דעם 7טן מײַ 2019 איז געוואָרן 85 יאָר, זינט דער געגרינדעטער אין 1930 ביראָבידזשאַנער ייִדישער נאַציאָנאַלער ראַיאָן איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אַלס ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט מיט צוויי אָפֿיציעלע שפּראַכן – ייִדיש און רוסיש אין ראַטנפֿאַרבאַנד. יענע יאָרן איז דאָס ניט געווען די איינציקע ייִדישע טעריטאָריעלע אויטאָנאָמיע. סוף 20ער - אָנהייב 30ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט זײַנען אין אוקראַיִנע און קרים געשאַפֿן געוואָרן 5 ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען: דער סטאַלינדאָרפֿער, דער קאַלינינדאָרפֿער, דער פֿרײַדאָרפֿער, דער נײַ־זלאַטאָפּאָלער און דער לאַרינדאָרפֿער. אָבער די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איז געווען אַ טעריטאָריעלע אויטאָנאָמיע פֿון אַ העכערן ראַנג – מיט אַ סך גרעסערער טעריטאָריע און רעסורסן, מיט אַ האָפֿענונג צו ווערן אַן אמתדיקע "ייִדישע סאָציאַליסטישע מלוכהשאַפֿט" אינעם באַשטאַנד פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד. אויף עטלעכע יאָר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער טעריטאָריאַליסטישער טרוים, וועלכן עס האָט פּראָפּאַגאַנדירט נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה ישׂראל זאַנגוויל, קאָן מקוים ווערן אויפֿן סאָוועטישן ווײַטן מיזרח, וווּ דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט דערווערבן אַ נײַ היימלאַנד. ניט צופֿעליק האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש געשריבן אין זײַן ראָמאַן אין פֿערזן "שלום און חווה" וועגן "שיינע טרוימען פֿון טײַגע, וואָס אויף ייִדיש רעדט, פֿון טײַכן, וואָס אויף ייִדיש שוימען". דווקא אָט די טרוימען האָבן צוגעצויגן אין ביראָבידזשאַן ענטוזיאַסטן ניט בלויז פֿון דער אייראָפּעיִשער טייל פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד, נאָר אויך פֿון אויסלאַנד, אפֿילו פֿון ארץ־ישׂראל, וווּ ציוניסטן האָבן שוין געהאַט אָנגעהויבן פֿאַרווירקלעכן זייער טרוים וועגן אוריונג (לויט דוד האָפֿשטיינס אויסדרוק) היימלאַנד, וואָס וועט רעדן אויף העברעיִש.
די פֿאָן און דער הערב פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
אַמאָל איז געװען
אַ געמיטלעך הויז
אין עק װעלט
אין דעם דאָזיקן הויז
האָבן געװוינט אַ טײַװל
מיט אַ חוצפּהדיקער מויז
האָט די מויז געזאָגט:
"לאָמיר זיך אָנשיכּורן
טאָג־אײַן טאָג־אויס"
װײַל די װעלט איז פֿול מיט צרות,
טרויער, שרעק און פּײַן
ס’איז אָבער אונדז נישט ביטער
כּל־זמן ס’איז פֿאַראַן י''ש
טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
טרינקען משקה, טרינקען י''ש
טײַװל, גײ אַ טאַנץ!
טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד פֿאַראַן
איז אָנגעקומען אין הויז
אַ כּלי־זמר מיט
אַ רויטער נאָז
אַ גאַנצע נאַכט
טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
דער כּלי־זמר שפּילט אַ לידעלע
טײַװל, גײ אַ טאַנץ!
טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד פֿאַראַן
זיבן ציגלעך
האָבן דאַן
די חבֿרותא פֿאַרבײַגעטאַנצט
האָט די מויז זײ צוגערופֿן:
"חבֿרים, קומט אַרײַן אין שטוב
און טרינקט מיט אונדז!"
טײַוול, גיי אַ טאַנץ!
אוי, חבֿרים, קומט אין קאָן
טײַװל, גײ אַ טאַנץ!
טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד פֿאַראַן
לײענט מער פּאָעזיע אינעם געדרוקטן זשורנאַל.
בײַ דעם פֿינצטערן היכל
בײַ דעם פֿינצטערן היכל
זיצט דער רבי און זינגט כּיסופֿים
זײַנע אויגן – פֿאַרמאַכט, זײַן האַרץ ברענט
אונטער זײַן הייליקן ספּאָדיק אַ נשמה שרײַט
פֿון טיפֿענישן ער בעט פֿון טיפֿענישן ער בענקט
פּתחי לי, אחותי רעייתי, יונתי תמתי...
דאָרט בײַ דעם פֿענצטער שטייט
אַ קליין ייִנגעלע מיט א גרויסן קאַפּל
זײַנע אויגן – פֿאַרחלומט, זײַן האַרץ – פֿאַרגלוסט
נאָך אַ שיינעם וווּנדלעכן פֿויגל
וואָס אין הימל פֿליט
צי ווייסט דער רבי אַז דאָס שטעטל ברענט?
צי ווייסט דאָס קליינע ייִנגעלע
אז עס וועט נאָך גאָר ווײַט אַוועקפֿליִען?
זיצט דער רבי און זינגט כּיסופֿים
די זון גייט אונטער, די לעכט גייען אויס
און דאָרט בײַ דער זײַט, דאָרט בײַ דעם פֿענצטער
שטייט אַ קליין ייִנגעלע מיט אַ גרויסן פֿלאַם
פֿון: אַבֿישלום פֿון שילוח
דאָס יאָר 1919 אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער פּאָעזיע
פֿון דער רעדאַקציע #4
פֿון דער רעדאַקציע #3
אַזאַ אופֿן איז די איבערזעצונג־קונסט אין דער טבֿע פֿון י ידיש. פֿר יער פֿון אַלץ פֿון לשון־קודש, –
אַזוי ווי אין חדר פֿלעגט מען לערנען חומש: בראשית אין אָנהייב, ברא האָט באַשאַפֿן... די – –
י ידישע איבערטײַטשונג פֿון לשון־קודש איז בדרך־כּלל געווען אַ ביסל פֿאַרברייטערט, ווי מע
זאָגט, פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט. דערמאָנט זיך כאָטשבי ווי עס הייבט זיך אָן שלום־עליכמס
"דער פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער": "איש היה בזלאָדיובֿקי אַ מענטש איז געווען אין זלאָדייעווקע, –
אַ שטעטל, וואָס ליגט אין דער סבֿיבֿה פֿון מאַזעפּעווקע, נישט ווײַט פֿון כאַפּלאַפּאָוויטש און
קאָזאָדויעווקע, צווישן יאַמפּעלי און צווישן סטרישטש, פּונקט אויף דעם וועג, וואָס מע פֿאָרט פֿון
פּישי־יאַבעדע דורך פּעטשי־כוואָסט קיין טעטרעוועץ און פֿון דאָרטן קיין יעהופּעץ". אַן ערך אויפֿן
זעלבן אופֿן איז אינעם 16 טן יאָרהונדערט געבוירן געוואָרן ר' יעקבֿ אשכּנזיס באַרימטער ספֿר
"צאינה וראינה". אָבער אויך די שעפֿער פֿון דער אַלט־י ידישער ליטעראַטור פֿלעגן איבערטײַטשן
ניט בלויז פֿון לשון־קודש, נאָר אויך פֿון גוי יש. נעמט, צום בײַשפּיל, אליהו בחורס "בבֿא־בוך",
וואָס איז אַ פֿאַרי ידישטער טײַטש פֿון איטאַליעניש.
מעשׂה אָבֿות סימן לבנים. האָבן מיר באַשלאָסן ווידמען דעם דריטן נומער פֿון "י ידישלאַנד" –
דווקא איבערזעצונגען אין י ידיש פֿון פֿאַרשיידענע גוי ישע שפּראַכן רוסיש, ענגליש, פֿראַנצויזיש, –
שוועדיש, אוקראַ יניש, יאַפּאַניש, פּױליש. דער אַלגעמיינער אידיי פֿון דעם אָ נומער אַנטשפּרעכט
איציק מאַנגערס ווייניק באַוווּסטע, נאָר גלענצנדע ליטעראַרישע מיסטיפֿיקאַציע "פֿעלקער זינגען",
וואָס אַן אויסצוג פֿון איר האָבן מיר דאָ געבראַכט, ווי אויך אַן אינטערוויו מיטן רוסיש־י ידישן
אויטאָר און זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ.
די איצטיקע י ידיש־לייענער זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער לענדער און קאָנטינענטן. יעדער
איינער קען "זײַן" גוי יש. מיט ליטעראַטורן אויף אַנדערע גוי ישע שפּראַכן איז ער אָדער זי ניט
אַלע מאָל גענוג באַקאַנט. דעריבער האָפֿן מיר, אַז יעדערער וועט דאָ קענען גע פינען אין דעם אָ
באַנד עפּעס נײַס פֿאַר זיך.
דער ת וכן פֿ ונעם איצטיקן נומער ווערט אויסגעשטעלט לויט די נעמען פֿ ון די איבערזעצער
)אַ לפֿ אבעטיש(. לית מאן ד פ ליג ווי וויכטיק, אָ פט שעפֿ עריש דערפֿ ינדעריש, איז דעם איבערזעצערס
אַ רבעט, אבער די נעמען פֿ ון די איבערזעצער גופֿ א פֿ אַ רבלײַבן אָ פֿט אין ש אטן. די
מלאכת־האיבערזעצונג אויף יידיש הײַנט־צו־ט אג איז שיער ניט א טאָ פ לטער אוי פטו. נ אך די נײַע
איבערזעצונגען קומען געקליבענע מוסטערן פֿ ון אונדזערע פֿ אָ רגייערס רײַכער איבערזעצונג
ירושה.