פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןטעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדקאָלעגיע





ווען מיר האָבן זיך געוואָנדן צו משה לעמסטערן און געפֿרעגט, צי האָט ער נייַע לידער, האָט ער געענטפֿערט: "פֿאַרשטייט זיך, אַז יאָ".

און אַז מע האָט אים געבעטן צושיקן אַ ציקל לידער, וואָס ער האָט נאָך ניט פֿאַרעפֿנטלעכט און וויל יאָ פּובליקירן, האָט ער אָנגעשריבן, פּראָסט און פּשוט: "ס'איז דאָ דען הייַנט װוּ צו פֿאַרעפֿנטלעכן?..."

דאָס איז אייגנטלעך די גרונט־סיבה פֿון אָנהײבן אַרויסצוגעבן אַ נייַע אומאָפּהענגיקע ליטעראַרישע צייַטשריפֿט און טאַקע אין אונדזער ייִדישלאַנד נייַע לידער און ניט בלויז לידער זייַנען דאָ, אַ מאָל אַפֿילו בשפֿע, אָבער קיין בינע פֿאַר זיי, בצורת י ידישער ליטעראַרישער פּעריאָדישער אויסגאַבע, איז פֿאַקטיש ניטאָ שוין אַ גוטע פּאָר יאָר.

מיר, אַ גרופּע י ידישע שרייַבער, הייבן אָן אַרױסלאָזן אַן אומאָפּהענגיקע פּעריאָדישע ליטעראַרישע צייַטשריפֿט מיט אַ האָפֿענונג צו ציִען װייַטער די גאָלדענע קייט פֿון אונדזער ליטעראַטור. ניט מיר האָבן זי, די גאָלדענע קײט, אױסגעקאָװעט, און ניט מיר וועלן זי צערייַסן.