פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

צו זיך



אַ נײַ ליד פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, הרצליה, ישׂראל. פּובליקירט אין נומ' 1.


ווי קענסטו זיך היטן
ווען אַיעדער טראָט געדענקט דײַנע יאָרן
און ס׳טרעפֿט, אַ טאָג האָט פֿאַרביטן
דעם גאַנג פֿון זכּרון —
ווי קען מען זיך היטן
און תּמיד געדענקען סכּנות,
און קיין מאָל ניט שענקען
וווּ ניטאָ קיין רחמנות —
ווייס ניט דער שפּעטער
צי בין איך פֿאַרהיט?
הער, וואָס ס'זאָגן די בלעטער
פֿון ליד צו ליד.