פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןטעאַטער

ייִדישלאַנד

רעגנדיקע צייַט


אַ נײַ ליד פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, הרצליה, ישׂראל
פֿון: רבֿקה באַסמאַן בן־חיים


לאָמיר גיין באַגעגענען רעגנס,
אָנגעטאָן וואַרעם צום לייַב,
מען דאַרף די פֿאַרשפּעטיקטע רעגנס
אַזוי ווי אַ ליד וואָס איך שרייַב.
די רעגנס ברענגען אונדז בלומען
און ברענגען אַלץ וואָס עס בליט,
אַ ליד וואָס אין נאַכט איז געקומען
זוניקט און לעבט אין געמיט.
די רעגנס ברענגען קאָלירן
וואָס גלעטן מיט טראָפּנס דעם בליק,
אַזוי ווי די לידער וואָס פֿירן
דעם אַנטלויף פֿון דער צייַט אויף צוריק.