פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןטעאַטער

ייִדישלאַנד

אָפֿיצערסקע שטיװל




אַ קאַפּיטל פֿונעם ראָמאַן "אָפֿיצערסקע שטיװל"  פֿון: מיכאל פֿעלזענבאַום, רמת־דן, ישּׂראל. פּובליקירט אין נומ' 1.



אַן אומגעריכטער קװיטשנדיקער טרעמאָלאָ־יאָמער פֿון אַן אָטשערעט־דודע האָט ניט פֿאַרשטערט דעם יום־טובֿ שבֿועות. די תּושבֿים פֿון דער אײביקער שטאָט און די עולי־רגל פֿון אַלע עקן לאַנד זייַנען געװױנט געװאָרן צו די ניט־אָנגענעמע יאָמער־קלאַנגען און געװוּסט, אַז דאָס איז אַ סימן, אַז די שטאָטישע סאַניטאַר־דינסט האָט זיך אָנגעשטױסן אױף עפּעס אַ טומאה, און כּדי ניט קאַליע מאַכן זיך און יענעם דעם יום־טובֿ, איז בעסער צוּװאַרטן אַ פּאָר מינוט און אױסמייַדן צו גײן אין דער ריכטונג פֿון די יאָמערדיקע פֿלײט־קלאַנגען. יום־טובֿ באַזונדער און טומאה באַזונדער. די סאַניטאַרסקע פֿור האָט זיך אָנגעשטױסן אױף עפּעס אַן אַלטן מאַן, װעלכער איז געלעגן[…]