פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

תּחיית־השמייכל


אַ ליד פֿון באָריס קאַרלאָוו, ירושלים, ישּׂראל. פּובליקירט אין נומ' 1.


עפּעס דער שמייכל איז הייַנט ניט מיט אַלעמען,
זעלטן ווער טוט אים הייַנט ברייטהאַרציק
זשאַלעווען,
בלויז וווּ ניט וווּ זיך דערהערט אַ כיכיקעניש – 
כיטרעטשקע גענג זיך אַליין אויף צעפּיקעניש.


פּנימער כמורנע מיט זויערע תּנועהלעך,
פּריקרע הוויות פֿון גראָבינקע צנועלעך;
מערניט שיריים פֿון נעכטיקע שמייכעלעך –
עפּעס דער עסק איז הייַנט בלאַס און
ווייטיקלעך…


פּלוצים די זון קוקט אַרויס פֿון די כמאַרעלעך,
טוט דיך אַ פֿרעג: וואָס זשמורעסט זיך, נאַרעלע?
ווערסט אויפֿגעריכט,
שוין מער ניט קיין פֿאַרפֿאַלענער,
דער שמייכל ז׳צוריק מיט דיר ווי מיט אַלעמען




לײענט מער פּאָעזיע פֿון דעם אָ מחבר אינעם געדרוקטן זשורנאַל.