פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

שלום־עליכמס פּטירה



 שלום־עליכמס פּטירה און די ייִדישע פּרעסע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון יעל לוי, ירושלים, ישּׂראל. פּובליקירט אין נומ' 1.


צווישן יאָרן 1881 און 1924 זייַנען קיין אַמעריקע אָנגעקומען אַרום צוויי מיט אַ האַלבן מיליאָן ייִדישע אימיגראַנטען, איבער הױפּט פֿון מיזרח־אייראָפּע. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך באַזעצט אין די אינדוסטריעל אַנטװיקלטע שטעט, אַזעלכע ווי שיקאַגאָ, באָסטאָן, פֿילאַדעלפֿיע און באַלטימאָר, און ס'פֿאַרשטייט זיך – אין ניו־יאָרק. די קולטור־מיטלען, וואָס די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן אַנטוויקלט, און צווישן זיי די וואַקסנדיקע ייִדישע פּרעסע, האָבן אָפּגעשפּיגלט זײער וועלטרױם און זייערע איבערלעבונגען אינעם נייַעם לאַנד.[…]