פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

"רוח של יום־טובֿ"


שפּראַכלעכע איינצלהייטן פֿון שלום־עליכמס העברע ישע ווערק. פֿון וועלוול טשערנין, כּפֿר־אלדד, ישּׂראל. פּובליקירט אין נומ' 1. 

שלום־עליכם האָט געשאַפֿן זייַנע ווערק אויף דרייַ שפּראַכן – ניט בלויז י ידיש, נאָר אויך העברע יש און רוסיש. דאָס איז אַן אַלעמען באַוווּסטער צווישן די פֿאַכלייַט אויף דעם געביט פֿאַקט. זייַן ליטעראַרישער דעביוט איז געווען דאָך אין 1879 אויף די שפּאַלטן פֿון דער העברע ישער פּעטערבורגער (אין יענער תּקופֿה) צייַטונג "המליץ" און פֿון דער וואַרשעווער העברע ישער צייַטונג "הצפֿירה" 1 . אין דעם קאָנטעקסט איז כדאי צו דערמאָנען, אַז שלום־עליכמס ערשטע פּובליקאַציע אויף י ידיש האָט זיך באַוויזן בלויז אין 1883 אין דער פּעטערבורגער צייַטונג "יודישעס פֿאָלקסבלאַט". און פֿאָרט קאָנצענטרירט זיך די אויפֿמערקזאַמקייט פֿון פֿאָרשער געוויינטלעך אויף זייַן י ידישער שאַפֿונג. און ס'איז טאַקע גאַנץ נאַטירלעך, ווייַל י ידיש איז בלי־ספֿק די עיקרדיקע שפּראַך פֿון שלום־עלעכמס שאַפֿונג. דאָס איז אויך אַן אַלעמען – און אין דעם פֿאַל ניט בלויז די פֿאַכלייַט - באוווּסטער פֿאַקט.[…]


לײענט דעם גאַנצן אַרטעקל אינעם געדרוקטן זשורנאַל.