פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןטעאַטער

ייִדישלאַנד

איך וועל שרייַבן אַ בוך


אַ דערצײלונג פֿון עמיל קאַלין, תּל־אַבֿיבֿ, ישׂראל. פּובליקירט אין נומ' 1.


- פֿאַר וואָס שרייַבסטו אויף ייִדיש?
- און אַז איך וועל שרייַבן אויף אַן אַנדער שפּראַך וועסטו לייענען?
- ניין.

איך וויל שרייַבן אַ בוך. איך וועל שרייַבן אַ בוך.

 איך וויל, ווייַל איך געפֿין פֿאַר נייטיק צו פֿאַראייביקין די אייגענע נישטיקייט, די אױסגעדראָשענע מחשבֿות.

דאָס וועט זייַן אַ ברייט פֿאַרנעמיקער ראָמאַן. אַפֿשר אַ היסטאָרישער ראָמאַן, באַפֿעלקערט פֿון כּלערליי נישט־געשטויגענע נישט־געפֿלויגענע פּערסאָנאַזשן.

 דער סיפּור־המעשׂה וועט זייַן רעאַליסטיש געשילדערט, אָן איבעריקע השתּפּכות־הנפֿשן.

דער ראָמאַן וועט באַשרייַבן אַ געשעעניש, וואָס איז פֿאָרגעקומען[…]