פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדקאָלעגיע #2



ווען מיר האָבן שוין איבערגעגעבן דעם ערשטן נומער "ייִדישלאַנד" אין דרוקערייַ, איז פֿון וואַרשע אָנגעקומען אַ טרויעריקע בשּׂורה וועגן יעקבֿ (קאָבי) ווייַצנערס פֿאַרצייַטיקער פּטירה. דעריבער האָבן מיר באַשלאָסן ווידמענען דעם צווייטן נומער פֿון אונדזער צייַטשריפֿט אָט דעם וויכטיקן ייִדישן קולטור־טוער און װיסנשאַפֿטלער.

אין 1984 האָט קאָבי ווייַצנער געקראָגן אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים אַ דאָקטאָראַט אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זייַנע וויכטיקסטע וויסנשאַפֿטלעכע ווערק זייַנען די מאָנאָגראַפֿיעס "שלום־עליכם אין טעאַטער", וואָס איז דערשינען אין אַמעריקע אויף ענגליש אין 1994 , און ''מכירת־יוסף'' בתּיאטרון היהודי העממי", וואָס איז דערשינען אויף העברעיִש אין 1999 אין י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג.

אַ געבוירענער אין תּל־אָבֿיבֿ איז קאָבי ווייַצנער געווען אַ זעלטענער בייַשפּיל פֿון אַ סאַברע, וועלכער האָט זיך אָפּגעגעבן ניט נאָר מיט דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור, נאָר טאַקע מיט דער שאַפֿונג גופֿא אויפֿן גלות־לשון. ער האָט געשריבן דערציילונגען און פּיעסעס זייַן איינציק בוך קינסטלערישער פּראָזע "אבן גבֿירול פּינת הירקון וסיפּורים אחרים" איז דערשינען אויף העברעיִש אינעם פּרעסטיזשפֿולן תּל־אָבֿיבֿער פֿאַרלאַג "כּרמל", אָבער קאָבי ווייַצנער האָט געשריבן קינסטלערישע ווערק אויך אויף ייִדיש. זיי זייַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן בלויז אין פּעריאָדישע אויסגאַבעס אָדער געבליבן אין כּתבֿ־ידן. מ'וועט נאָך באַדאַרפֿן צונויפֿקלייַבן זיי כּדי אַרויסצוגעבן אַ בוך זייַנע ייִדישע ווערק.

די לעצטע יאָרן פֿון זייַן לעבן האָט קאָבי ווייַצנער צווישן אַנדערן רעדאַגירט די ייִדישע זייַטן פֿון דער וואַרשעווער צייַטונג "דאָס ייִדישע וואָרט", וועלכע דערשייַנט איבער הויפּט אויף פּויליש איינצייַטיק האָט ער מיטגעאַרבעט מיט ראַדיאָ־סטאַנציע פֿון ניו־יאָרקער "פֿאָרווערטס". מיר האָבן געהאָפֿט, אַז קאָבי ווייַצנער וועט ווערן איינער פֿון די באַשטענדיקע מחברים פֿון "ייִדישלאַנד", אָבער דאָס וועט שוין, ליידער, ניט מקוים ווערן. און פֿאָרט אין אָט דעם נומער פֿאַרעפֿנטלעכן מיר קאָבי װייַצנערס אַרטיקל, וועלכער איז מיט אַ פּאָר יאָרצענדליקער צוריק צוגעגרייט געוואָרן פֿאַרן וויסנשאַפֿטלעכן אַלמאַנאַך "טייַטש", וואָס האָט געדאַרפֿט אַרויסגיין אין בר־אילן־אוניווערסיטעט, נאָר איז פֿונדעסטוועגן ניט אַרויס עד־היום.