פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

קוק אָן די זון


אַ ליד פֿון מאַרעק טושעװיצקי ישׂראל. פּובליקירט אין נומ' 2.


קוק אָן די זון
קוק אָן די יונג־פֿייַערדיקע זון
און גלייב זי אויף נאמונות,
גלייב, אַז די גליִענדיקע שטראַלן
האָט זי אויסגעשמידט פֿאַר דייַנעט וועגן.
נעם דאָס געשאַנק פֿאַר ליב,
כאָטש דער טאָג קומט דיר אַנטקעגן
אין אַ רעקל פֿון שווערע כמאַרעס –
דייַן שמייכל וועט ער נישט פֿאַרשטעלן.
ער וועט אַראָפּנעמען זייַן וואָלקנראָק
און מעשׂה־קאַמערדינער, אייַנגעבויגן,
מקבל־פּנים זייַן דייַנע גרינע אויגן,
ווי מע נעמט אויף אַן אויסגעבענקטן ברען...
קום אַרייַן און לעב אַ גוטן טאָג,
ווי עס וואָלט קיין זינד נישט געווען,
ווי עס וואָלט געווען אַ זינד
אין אַזאַ גליק זיך נישט אַרייַנלאָזן.

לײענט מער פּאָעזיע פֿון דעם אָ מחבר אינעם געדרוקטן זשורנאַל.