פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿעדראַ און פֿעדעראַציע אין


אלכּסנדרה פּאָליאַן, מאָסקװע, דעביוטירט װי פּראָזאַיִקער מיט דער אָ פּרעכטיקער דערצײלונג. פּובליקירט אין ייִדישלאַנ נומ' 2.


אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט מען ניט געגלייבט אין גאָט און ניט אין משיחן - אָבער אין שׂכל, אין פֿאַרשטאַנד און אין בילדונג האָט מען יאָ געגלייבט.

װען איך בין געווען קליין, פֿלעגט די גאַנצע משפּחה אַלע וואָך, פֿרייַטיק צי שבת צו נאַכט, זיך אַנידערזעצן אויף אַ סאָפֿקע אַקעגן דעם טעלעוויזאָר – און זען די פּראָגראַם "וואָס? וווּ? ווען?". אַ מאַנשאַפֿט פֿון זעקס שטאַרק קלוגע מענטשן, על־פּי רובֿ מענער, האָט זיך געסטאַרעט צו ענטפֿערן אויף שווערע פֿראַגעס־רעטענישן, וואָס דער עולם האָט צוגעשיקט פֿון אומעטום. פֿאַר וואָס פֿלעגן די מערבֿדיקע מוזיק־פֿירמעס קויפֿן פֿיש פֿון סיביר? צוליב וואָס פֿלעגט מען אין רוים שטעלן אויף די גאַסן גרויסע קרוגן לעבן די הייַזער פֿון וועשער? וואָס געפֿינט זיך אויף דעם טייל בילד, וואָס מיר האָבן צוגעדעקט? ווי אַזוי ניצט מען די זאַך וואָס מיר האָבן געלייגט אויף אייַער טיש? און אַזוי ווייַטער. דעם ענטפֿער ווייסט איר ניט, אָבער טוט אַ טראַכט – און טרעפֿט. די זעקס קלוגע פֿעטערס אין שוואַרצע גאַרניטערס, ענלעך צו פּינגווינען, כּמעט אַלע – ייִדן, דאַרע און מיט מסוכּן דיקע ברילן, זייער גרױס בייַ זיך, פֿלעגן קלערן, ציטירן בענדער אויף אויסנווייניק, שרייַען, זיך אַמפּערן – און סוף־כּל־סוף פֿלעגן זיי כּמעט תּמיד געפֿינען אַ ריכטיקן ענטפֿער, פּונקאַזוי װי דאָס פֿלעגט פֿאָרקומען אין די סאָוועטישע פֿילמען, (אַנדערע האָט מען זייער זעלטן געוויזן אויף דער סאָוועטישער טעלעוויזיע): "אונדזעריקע" זענען די "גוטע" און זיי זיגן תּמיד. […]