פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

דאָס געוועט


אַ פֿאַנטאַזיע לכּבֿוד עדוואַרד גריג, דעם גרויסן נאָרוועגישן קאָמפּאָזיטאָר. פֿון לאה ראָבינסאָן, ניו־יאָרק. פּובליקירט אין ייִדישלאַנד נומ' 2.

  – בראַוואָ! בראַוויסימאָ! דאָס הערן אייַך שפּילן אויף אונדזער (פֿאַרשטייט זיך, אַז איך רעד ניט ממש ווי אַן אייגנטימערין) אַלטער סטייַווי־פּיאַ נע, איז אַ גרויסער פֿאַרגעניגן. אָבער איר זאָלט מיר מוחל זייַן: איך האַלט, אַז איר זייַט ניט גערעכט, ווען איר טענהט, אַז קיינער שפּילט שוין מער ניט אויף אָט דער פּיאַנע במשך פֿון כּמה יאָרן. געהערט האָב איך זאָגן, אַז עמעצער פֿלעגט דאָ שפּילן גאַנץ רעגולער. ניט אין מייַן צייַט ווי אַן אָנגעשטעלטע דאָ אין מוזיי, נאָר אין דער צייַט פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט דאָ פֿריִער געאַרבעט. גוטע פֿרייַנד זייַנען מיר געווען, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זי האָט געקענט זייַן מייַן באָבע – און איצט בין איך אַליין ניט קיין יונגע. אָט די חבֿ רטאָרין מייַנע, העלגע פֿאָס, האָט מיר ניט איין מאָל דערציילט וועגן אַ מאָדנעם מאַנספּאַרשוין פֿון אומבאַשטימטן עלטער, תּמיד אָנגעטאָן, זומער ווי ווינטער, אין אַ גרויען פּעלצענעם מאַנטל און אַ ברייטן, בלויען, אַלטפֿרענקישן קאַפּעליוש. שפּילן פֿלעגט ער אויף אָט דער פּיאַנע איין אָוונט אַלע וואָך, אַ פּנים ניט אַזוי פֿונעם אייגענעם תּענוג וועגן, ווי אויס דרך־ארץ צום פֿארשטאָרבענעם מייַסטער
[…]