פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

ייִדיש קערט זיך אום קיין לעמבערג


אַרטיקל װעגן ייִדיש אין לעמבערג, אוקראַיִנע, פֿון אָקסאַנע סיקאָרסקאַ און וולאַדיסלאַווע מאָסקאַלע. פּובליקירט אין ייִדישלאַנד נומ' 2.


דער ווידערגעבורט פֿון דער ייִדישער קולטור אין לעמבערג האָט זיך אָנגעהויבן אין סוף 80 ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט אין דער ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אויף שלום־עליכמס נאָמען. די געזעלשאַפֿט איז געגרינדעט געוואָרן אין 1988 װי אַן ערשטער טראָט צום באַנייַען דאָס ייִדישע קולטור־לעבן לויט דער איניציאַטיוו פֿונעם שרייַבער אלכּסנדר ליזען, פֿונעם אינזשעניער און זשורנאַליסט באָריס דאָרפֿמאַן און אַנדערע אַקטיוויסטן. ייִדיש איז געווען איינער פֿון די וויכטיקע סימבאָלן פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט פֿון דער אָרטיקער קהילה. דווקא דערפֿאַר איז דאָס אונטערריכטן דאָס לשון געוואָרן איינער פֿון די פּראָקלאַמירטע צילן פֿון דער געזעלשאַפֿט. חוץ דעם, איז וויכטיק צו באַצייכענען, אַז מיטן אונטערריכטן ייִדיש האָבן זיך דעמאָ לט פֿאַרנומען נאַטירלעכע שפּראַך־טרעגער. אין דער טעטיקייט פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אויף דעם געביט האָבן זיך אייַנגעשלאָסן פֿאַראינטערעסירטע אוקראַיִנישע וויסנשאַפֿטלער און ליטעראַטן, בפֿרט דער דיכטער איוואַן לוטשוק און דער מיזרח־קענער יאַרעמע פּאָלאָטניוק. אין גיכן אָבער האָט מען זיך אין דער געזעלשאַפֿט אויף שלום־עליכמס נאָמען ווי אויך אין אַנדערע לעמבערגער ייִדישע אינסטיטוציעס זיך קאָנצענטרירט אַ לץ מערער אויף לערנען העברעיִש. די פּראָבלעם איז באַשטאַנען ניט בלויז אין דער ירידה פֿונעם אינטערעס, נאָר אויך אין דעם, וואָס אין לעמבערג איז געווען אַ מאַנגל אין פּראָפֿעסיאָנעלע לערער פֿון ייִדיש. דאָס ייִדיש־לערנען האָט זיך ווידער אָנגעהויבן אין לעמבערג – שוין אין אַקאַדעמישן רוים – פּאַראַלעל מיטן אויפֿוווּקס פֿון דעם אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע אין גאַנצן גענומען. און דער אינטערעס צו דער שפּראַך איז אַנטשטאַנען קודם־כּל אַ דאַנק די שולן פֿאַר ייִדישער געשיכטע אין קאָנטעקסט פֿונעם פֿיל־עטנישן עבֿר, וועלכע עס האָט דורכגעפֿירט [...]

לײענט דעם גאַנצן אַרטיקל אינעם געדרוקטן זשורנאַל.