פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

אַ באַלאַדע װעגן ר' שמואל דער משׂא־שאָפֿער און דעם שײנעם מײדעלע צפּורה גלאַנץ




אַ ליד פֿונעם שװעדישן טרובאַדור, קאָרנעליס װרעסװיק (1937-1987). פֿון שװעדיש: ניקאָלײַ אָלניאַנסקי. פּובליקירט אין ייִדישלאַנד נומ' 3.



די קלעזמאָרים שפּילן, – אַקאָרדעאָן און באַס
בעת די לבֿנה שײַנט אויף דער ברוקירטער גאַס,
גײט שמואל דער משׂא־שאָפֿער אַ ראָמאַנטישן טאַנץ,
מיט אַ יונג מײדעלע, צפּורה גלאַנץ

זי מאַכט צו אײגעלעך און דריקט זיך נעענטער צו אים
זי פֿאָלגט זײַנע טריט, גײט אַהין צו װוּ ער װיל
אַרום, אױסגעפֿלאָכטן, װי אַן אײביקער קראַנץ
זאָג זשע מיר, פֿאַר װאָס רײטלט זיך צפּורה גלאַנץ?

אַך, שמואל דער משׂא־שאָפֿער האָט נאָר װאָס געזאָגט:
"דו ביסט דאָס שענסטע מײדל דאָ אין דער שטאָט,
מיט דײַנע פֿײַערדיקע הערעלעך, רויטע װי אַ בלוט־מאַראַנץ,
האָסטו מיך פֿאַרכּישופֿט, צפּורה גלאַנץ"

דער טאַנץ האָט זיך פֿאַרענדיקט, װוּ אַהין זאָלן זײ גײן?
זײ זײַנען דאָך אַלץ שכנים, גײען זײ אַהײם
מאַכן זײ אַן איבעררײַס בײַם ריזיקן שאַנץ
"גיב זשע מיר אַ קוש", זאָגט צפּורה גלאַנץ

אַטפֿו אויף דיר, שמואל - אוי װײ איז מיר און װינד
צפּורה גלאַנץ איז דאָך כּמעט אַ קינד,
שעמעװדיק װי אַ הינד און ברעכיק װי אַ פֿלאַנץ,
"איך בין כּמעט זיבעצן", זאָגט צפּורה גלאַנץ

פֿינקלען די שטערן, אײַלט זיך די צײַט
כאָטש שמואל איז אַן אַלטער, אָבער די לבֿנה איז נײַ
יאָ, שמואל איז אַלט װי דער ליבע־טאַנץ
"גיב מיר נאָך אַ קוש, און נאָך אַ מאָל", זאָגט צפּורה גלאַנץ