פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

די פּיקװיקיסטן


קאַפּיטל אײנס פֿון טשאַרלז דיקענס ראָמאַן. פֿון ענשליש: בעריש גאָלדשטײן. פּובליקירט אין ייִידישלאַנד נומ' 3.

דער ערשטער שטראַל, װאָס באַלױכט דעם חושך און פֿאַרגיסט מיט אַ פֿאַרבלענדנדיקער שײַן דעם נעפּל, וועלכער באַהאַלט דעם אָנהייב פֿונעם אומשטערבלעכן פּיקװיק, האָט אויפֿגעשײַנט בײַם בלעטערן דעם קומענדיקן פֿאַרשרײַב פֿונעם פּיקװיק־קלוב, װעלכן דער אַרויסגעבער פֿון אָט די נאָטיצן שטעלט פֿאָר די לייענער מיט דער גרעסטער הנאָה װי אַן עדות פֿון דער אויסשליסלעכער אַכטונג, אומפֿאַרמידלעכער אָנהאַלטונג, און לויבווערטיקער שאַרפֿזיכטיקייט, װעלכע ער האָט אַרויסגעוויזן בײַם באַפֿאָרשן די אָנגעטרויטע אים פֿילצאָליקע דאָקומענטן.

דעם 12טן מײַ, 1827. דער פֿאָרזיצער - דזשאָזעף סמיגערס, עסקווײַר, אײ. װפּ־מ. פּ־ק.[1] אינעם װײַטערדיק באַשלוס איז אײנשטימיק אָנגענומען׃

אַז די דערמאָנטע אַסאָציאַציע האָט מיט אַ געפֿיל פֿון אַ טיפֿער צופֿרידנקייט און פֿולקומער הסכּמה אויסגעהערט דעם רעפֿעראַט פֿון סעמועל פּיקװיק, עסקווײַר, אַ. פֿ.־מ. פּ־ק.[2], װאָס האָט געהײסן 'חקירות אױפֿן מקור פֿון די האַמפּסטעדער סאַזשלקעס, מיט געצײלטע באַמערקונגען װעגן דער טעאָריע פֿון שטעכל־רוקן[3]'; און אַז די דאָזיקע אַסאָציאַציע װיל אַרױסזאָגן אַ האַרציקע דאַנקבאַרקייט דעם דערמאָנטן סעמועל פּיקװיק, עסקווײַר, אַ. פֿ.־מ. פּ־ק., דערפֿאַר; אַז די דאָזיקע אַסאָציאַציע קען ניט, פֿאַרשטייענדיק אין דער פֿולער מאָס, וואָס פֿאַר אַ נוצן וועט האָבן די וויסנשאַפֿט פֿונעם אויסגעהערטן רעפֿעראַט, - אַזוי, ווי פֿון אומדערמידלעכע זוכונגען פֿון סעמועל פּיקוויק, עסקווײַר, אַ. פֿ.־מ. פּ־ק., אין האָרנסײ, הײַגייט, בריקסטאָן, און קאַמבערװעל, נישט אויסדריקן אַ טיפֿע איבערצײַגונג אין דעם, אַז עס וועלן צוקומען אומאָפּשאַצבאַרע טובֿות, טאָמער דער דאָזיקער געלערנטער וועט לשם פּראָגרעס פֿון דער וויסנשאַפֿט און צוליב אויפֿקלערערישע צילן איבערטראָגן חקירות זײַנע אויף ברייטערע געביטן, דערווײַטערן ראַנדן פֿון זײַנע נסיעות און, דהײַנו, פֿאַרברייטערן די ספֿערע פֿון זײַנע באַאָבאַכטונגען לטובֿת קענטעניש און פֿאַרשפּרײטונג פֿון װיסן; אַז, צוזאַמען מיט דער אױבן דערמאָנטער טענה, האַלט אָט די אַסאָציאַציע[...]



[1] אײביקער װיצע־פּרעזידענט – מיטגליד פֿונעם פּיקװיק־קלוב
[2] גענעראַל־פֿאָרזיצער – מיטגליד פֿונעם פּיקװיק־קלוב
[3] ,tittlebatsד"ה sticklebacks, אַ מין פֿיש (ב.ג.)