פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

די קעשענעווער לוויה


אַ ליד פֿון דוד קנוט (1900-1955). פֿון רוסיש: װעלװל טשערנין. פּובליקירט אין ייִדישלאַנד נומ' 3.



כ’געדענק דעם סומנעם קעשענעווער אָוונט:
פֿאַרבײַגעגאַנגען זײַנען מיר דאַן אינזאָווס בערגל
וווּ פּושקין האָט געוווינט אַמאָל. אַ נישטיק בערגל
וווּ ס’האָט געוווינט דער קליינער קוטשעריאַווער
באַאַמטער, דער באַרימטער דבֿר־אחר
מיט נעגערישע ברענענדיקע אויגן
אויף לעבעדיק, נאָר גאָר ניט שיין געזיכט
אויף שטויביק־כמאַרנער, טויטער אַזיִאַטסקע
לענגויס די ווענט פֿונעם געבורטס־פּריִוט
האָט מען געטראָגן אויף אַ מיטה דאָרט אַ ניפֿטר
אונטער אַ גאָר ניט פֿרישן טרויער־טלית
האָט מעט געזען די ביינערדיקע ליניעס
פֿון דעם באַהריזשעטן דורך לעבן מענטשן.
ער איז געווען אַרומגעהריזשעט ביז קיין ביסן
איז ניט געבליבן פֿאַר די דאַרע ווערעם
פֿון נעבעכדיקן ייִדישן בית־עלמין.
הינטער די זקנים מיט דער ניפֿטר־מיטה
געגאַן אַ קופּקע איז פֿון מאַנע כּ"צעס ייִדן,
גרין־געלע און גרויס־אויגיקע.
פֿון זייערע פֿאַרשימלטע כאַלאַטן
האָט זיך געשפּרייט אַ ריח פֿון דער קדושה
און פֿונעם גורל און פֿון דלות און פֿון שווייס,
פֿון הערינג און פֿון מאָלן און פֿון ציבל,
פֿון ספֿרים, וויקלעך נאַסע און פֿון שול.
דער גרויסער טרויער האָט געפֿרייט די הערצער –
געגאַנגען זײַנען זיי מיט טריטלעך שטילע,
גלײַך ווי געגאַנגען זײַנען זיי שוין יאָרן,
גלײַך ווי קיין אָנהייב ניט געווען בײַ דער לוויה
און אויך קיין סוף וועט קיינמאָל שוין ניט זײַן...
אַ גאַנג פֿון קעשענעווער שטרענגע זיקני־ציון.
נאָך זיי – הינטער דער שווארצער טרויער־לאַסט
געגאַנגען איז אַ פֿרוי, אין שטויביק בין־השמשות
איז ניט צו זען פֿאַר אונדז געווען איר פּנים.
נאָר פּרעכטיק איז געווען דאָס הויכע קול!
אונטער דעם קלאַפּ פֿון טריט, אונטער דעם שוואַכן שאָרך
פֿון בלעטער אָפּגעפֿאַלענע, פֿון מיסט, אונטער דעם הוסט דעם שטילן
האָט זיך געשטראָמט אַ ליד אַ ניט געהערטס.
מיט טרערן פֿון אַ פֿרידנקייט אַ זיסער,
איבערגעגעבנקייט דעם אייביקן גאָטס ווילן,
אַנציקונג פֿון הכנעה און פֿון פּחד[...]

לײענט דאָס גאַנצע ליד און מער איבערזעצונגען פֿון דעם אָ מחבר אינעם געדרורטן זשורנאַל.