פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

קופֿערט



אַ דערצײלונג פֿון דאַניִיִל כאַרמס (1905-1942). פֿון רוסיש: װעלװל טשערנין. פּובליקירט אין ייִדישלאַנד נומ' 3.



אַ מענטש מיט אַ דינעם האַלדז האָט אַרײַנגעקראָכן אין אַ קופֿערט, פֿאַרמאַכט נאָך זיך דאָס דעקל און אָנגעהויבן זיך שטיקן.

– אָט, – זאָגט, זיך שטיקנדיק, דער מענטש מיטן דינעם האַלדז, – איך שטיק זיך אין דעם קופֿערט, ווײַל בײַ מיר איז אַ דינער האַלדז. דאָס דעקל פֿונעם קופֿערט איז פֿאַרמאַכט און עס לאָזט ניט אַרײַן קיין לופֿט. איך וועל זיך דערשטיקן, אָבער דאָס דעקל פֿונעם קופֿערט וועל איך סײַ ווי ניט עפֿענען. בהדרגהדיק וועל איך שטאַרבן. איך וועל זען אַ קאַמף פֿונעם לעבן מיטן טויט. די שלאַכט וועט זײַן אַן אומנאַטירלעכע, מיט גלײַכע שאַנסן, בעת אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן זיגט דער טויט, און דאָס לעבן, וואָס איז פֿאַראורטיילט אויפֿן טויט קעמפֿט נאָר אומזיסט קעגן דעם פֿײַנט, ניט פֿאַרלירנדיק ביז דער לעצטער מינוט די אומזיסטע האָפֿענונג. אין דעם קאַמף אָבער, וואָס וועט פֿאָרקומען איצט, וועט דאָס לעבן וויסן דעם וועג צום זיגן: צוליב דעם דאַרף דאָס לעבן צווינגען מײַנע הענט עפֿענען דאָס דעקל פֿונעם קופֿערט. לאָמיך זען: ווער וועט זיגן וועמען? עס שמעקט נאָר שוידערלעך מיט נאַפֿטאַלין. אויב ס'וועט זיגן דאָס לעבן, וועל איך באַדאַרפֿן איבערשיטן די זאַכן אינעם קופֿערט מיט מאַכאָרקע... אָט האָט עס זיך אָנגעהויבן: איך קאָן ניט אָטעמען מער. איך בין אומגעקומען, ס'איז קלאָר! ס'איז שוין ניטאָ קיין רעטונג פֿאַר מיר! און קיין שום דערהויבנס איז ניטאָ אין מײַן קאָפּ. איך שטיק זיך!...

אוי! וואָס זשע איז דאָס? איצט איז עפּעס פֿאָרגעקומען, נאָר איך קאָן ניט פֿאַרשטיין, וואָס אייגנטלעך. איך האָב עפּעס געזען אָדער עפּעס געהערט...

אוי! ווידער איז עפּעס פֿאָרגעקומען? גאָטעניו! איך האָב ניט מיט וואָס צו אָטעמען. איך שטאַרב, דאַכט זיך...

און וואָס איז נאָך אַזוינס? פֿאַר וואָס זינג איך? עס דאַכט זיך, דער האַלדז טוט מיר וויי... אָבער וווּ זשע איז דער קופֿערט? פֿאַר וואָס זע איך אַלץ, וואָס געפֿינט זיך אין מײַן צימער? ניט אַנדערש, ווי איך ליג אויפֿן דיל! און וווּ זשע איז דער קופֿערט?

דער מענטש מיטן דינעם האַלדז האָט זיך אויפֿגעהויבן פֿונעם דיל און זיך אַרומגעקוקט. קיין קופֿערט איז אין ערגעץ ניט געווען. אויף שטולן און אויפֿן בעט זײַנען געלעגן זאַכן אַרויסגענומענע פֿונעם קופֿערט, און קיין קופֿערט איז אין ערגעץ ניט געווען.

דער מענטש מיטן דינעם האַלדז האָט געזאָגט:

– הייסט עס, אַז דאָס לעבן האָט געזיגט דעם טויט דורך אַ פֿאַר מיר אומבאַוווּסטן וועג.

דעם 30טן יאַנואַר 1937

לײענט מער איבערזעצונגען פֿון דעם אָ מחבר אינעם געדרורטן זשורנאַל.