פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

דאָס יאָר 1919 אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער פּאָעזיע




מיט 100 יאָר צוריק, גראָד אינעם גורלדיק בלוטיקן 1919 יאָר, איז פֿאָרגעקומען אַ היפּש מערקווירדיקער אויפֿשטײַג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע. "די ייִדישע מוזע" ווי אַ בפֿירושע דערשײַנונג, ווי שפּעט זי זאָל ניט געהאַט זיך אויסגעפּיקט, האָט שוין צו יענער צײַט פֿאַרמאָגט אַ שטיקל "סטאַזש" פֿון שיעור ניט דרײַ יאָרצענדלינגער. וווּ, ווען און ווי־אַזוי האָט זי זיך גענומען אויספֿורעמען איז אַ טעמע פֿאַר זיך. אָן דעם לכתּחילהדיקן פּאָעטישן אויפֿשוווּנג פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן, וואָלט "די ייִדישע מוזע" ניט אויפֿגעריכט געוואָרן, אָבער גראָד אין 1919, אי דאָס אויף ביידע זײַטן פֿון דעם אַטלאַנטיק, דערשײַנען אַ ריי ווערק און פּובליקאַציעס וואָס צייכענען אָן אַן איכותדיק נײַעם שטאַפּל אין דער דינאַמישער אַנטוויקלונג פֿון אונדזער פּאָעזיע.

קודם־כּל, עס דערשײַנט מעגלעך די ערשטע מאָנאָגראַפֿיע איבער ייִדישער פּאָעזיע, וואָס גיט זיך אָפּ מיט איר סטרוקטור און טעמאַטיק, מיט איר עסטעטישן מהות און געזעלשאַפֿטלעכן תּכלית. דאָס איז דאָס בוך "אין דער וועלט פֿון געזאַנגען (אַ בוך וועגן פּאָעזיע און פּאָעטן)" וואָס משה אָלגין גיט אַרויס אין 1919 אין ניו־יאָרק. קאָן זײַן, אַז אַ ריי באַהאַנדלונגען זײַנע זאָלן הײַנט עמיצן אויסזען עטוואָס פֿאַרעלטערט, "פּרימיטיוו", צי "פּאָליטיש אַנגאַזשירט", און דאָך טאָר מען ניט אַוועקמאַכן מיט דער האַנט די וויכטיקייט פֿון אָט־דעם פּיאָנערישן אויפֿטו. דאָס באַהאַנדלען די עצם מעגלעכקייט פֿון פּאָעזיע אויף ייִדיש (משטיינס געזאָגט: "אויף זשאַרגאָן") קען מען געפֿינען נאָך מיט 30 יאָר פֿריִער, אין י. י. לערנערס אַרטיקל פֿון 1889 ("די ייִדישע מוזע", אינעם צווייטן באַנד פֿון ספּעקטאָרס "הויז־פֿרײַנד"). אָבער לערנערס באַווײַזן אַז ייִדיש איז אַ לשון וואָס איז גענוג ראַפֿינירט צו זײַן "פּאָעזיע־פֿעיִק", קומען גראָד פֿון דער ייִדישער "פֿאָלקס־פּאָעזיע", היינו פֿון די אויסגעקליבענע טעקסטן פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. דאַקעגן זשע אָלגינס מאָנאָגראַפֿיע פֿאַרמאָגט שוין אַ גאַנץ נישקשהדיקן מאַטעריאַל סײַ וואָס שייך פּאָעזיע גופֿא, סײַ בנוגע אַ ריי אינדיווידועלע פּאָעטן. אויך זײַן פֿאָרמאַט און פֿאַרנעם – אַ בוך איבער פּאָעזיע בפֿועל און ניט אַ פּאָלעמיש אַרטיקל איבער ייִדישער דיכטונג בכּוח – שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּרינציפּיעל נײַעם שטאַפּל אין דער געזעלשאַפֿטלעך אינטעלעקטועלער אויפֿפֿאַסונג פֿון ייִדישער פּאָעזיע. [...]


לײענט דעם גאַנצן אַרטיקל אינעם געדרוקטן זשורנאַל.