פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #4



מיר האָבן באַשלאָסן ווידמענען דעם 4טן נומער פֿון "ייִדישלאַנד" פֿולקום דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג. פֿאַרוואָס? ווײַל מיר האָבן זי זייער ליב. דרײַ מיטגלידער פֿון אונדזער רעדאַקציע אַליין שרײַבן לידער אויף ייִדיש און דער פֿערטער פֿאַרנעמט זיך שוין ניט ווייניק יאָרן מיט איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער דיכטונג אין רוסיש. עס זײַנען דאָ אַזעלכע, וואָס באַמיִען זיך טענהן, אַז די ייִדישע ליטעראַטור בכלל און די ייִדישע דיכטונג בפֿרט זײַנען שוין טויט. זאָלן זיי טענהן געזונטערהייט. אין 2017 איז מיט אַ באַטייליקונג פֿון די אַלע פֿיר מיטגלידער פֿון אונדזער רעדאַקציע דערשינען די אַנטאָלאָגיע "רינג. ייִדישע פּאָעזיע. דער נאָכן־חורבן־דור", אין וועלכע ס'זײַנען אַרײַן לידער פֿון 20 ייִדישע פּאָעטן געבוירענע זינט 1946. די צאָל דיכטער, וועלכע נעמען אַן אָנטייל אין אָט דעם נומער איז ווייניקער, נאָר אַ מנין האָבן מיר זיכער. ס'איז באַזונדערס אָנגענעם, אַז אין דעם מנין האָט זיך באַוויזן אַ נײַ פּנים – דער 28-יעריקער אבֿישלום פֿון שילוח. ער האָט שוין באַוויזן אַרויסצוגעבן אַ העברעיִשע לידער־זאַמלונג, נאָר ייִדיש איז זײַן מאַמע־לשון און ער שרײַבט לידער אויך אויף ייִדיש. איז ברוך־הבא. די גאָלדענע קייט ווערט פֿאָרגעזעצט.

דאָס געזאָגטע שאַפֿט ניט אוודאי אָפּ דעם פֿאַקט, וואָס די צאָל לייענער פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג איז קליין. די פֿאָרמולירטע מיט אַן אָנדערהאַלבן יאָרהונדערט צוריק דורך יהודה־לייב גאָרדאָנען קלאָץ־קשיא "לְמִי אֲנִי עָמֵל?" – "פֿאַר וועמען האָרעווע איך?" איז דעמאָלט געווען אַקטועל פֿאַר דער העברעיִשער דיכטונג און איצט – דווקא פֿאַר דער ייִדישער. אָבער אַזוי ווי יל''ג האָט זיך ניט מייאש געווען דעמאָלט און ממשיך געווען שאַפֿן העברעיִשע לידער, ווײַל, ווי ער האָט געשריבן, "עוֹד בַּת הַשּׁירָה אֵלַי מִתְגַּנֶּבֶת,/ עוֹד לִבִּי הוֹגֶה וִימִינִי כּוֹתֶבֶת –/כּוֹתֶבֶת שִׁירִים וּבְשָׂפָה נִשְׁכַּחַת", אַזוי זײַנען אויך מיר זיך ניט מייאש איצט און זײַנען ממשיך שאַפֿן לידער אויף ייִדיש, אויף דער הײַנטצײַטיקער "פֿאַרגעסענער שפּראַך".

מיט דער טעמע פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרבונדן אויך אַנדערע מאַטעריאַלן פֿון אָט דעם נומער: לידער פֿונעם עזבֿון פֿון אליהו טאָקער (1934 – 2010), רעצענזיעס אויף נײַע אוקראַיִנישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע און פֿאָרשערישע אַרטיקלען.