פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

בײַ דעם פֿינצטערן היכל


אבֿישלום פֿון שילוח איז געבוירן געוואָרן אין בני־ברק אין 1991 אין אַ חסידישער משפּחה, געלערנט זיך אין לוצערנער ישיבֿה אין שווײַץ. איצט לערנט ער קינעמאַטאָגראַפֿיע. אין חשוון תּשע''ט איז אין ירושלים דערשינען זײַן ערשטע העברעיִשע לידער־זאַמלונג "שׂובך האלה הגדולה". אָבער אבֿישלום פֿון שילוח שרײַבט לידער אויך אויף מאַמע־לשון. און דאָס איז די ערשטע פּובליקאַציע פֿון זײַנע ייִדישע לידער.

בײַ דעם פֿינצטערן היכל
זיצט דער רבי און זינגט כּיסופֿים
זײַנע אויגן – פֿאַרמאַכט, זײַן האַרץ ברענט
אונטער זײַן הייליקן ספּאָדיק אַ נשמה שרײַט
פֿון טיפֿענישן ער בעט פֿון טיפֿענישן ער בענקט
פּתחי לי, אחותי רעייתי, יונתי תמתי...
און דאָרט בײַ דער זײַט
דאָרט בײַ דעם פֿענצטער שטייט
אַ קליין ייִנגעלע מיט א גרויסן קאַפּל
זײַנע אויגן – פֿאַרחלומט, זײַן האַרץ – פֿאַרגלוסט
נאָך אַ שיינעם וווּנדלעכן פֿויגל
וואָס אין הימל פֿליט
צי ווייסט דער רבי אַז דאָס שטעטל ברענט?
צי ווייסט דאָס קליינע ייִנגעלע
אז עס וועט נאָך גאָר ווײַט אַוועקפֿליִען?
בײַ דעם פֿינצטערן היכל
זיצט דער רבי און זינגט כּיסופֿים
די זון גייט אונטער, די לעכט גייען אויס
און דאָרט בײַ דער זײַט, דאָרט בײַ דעם פֿענצטער
שטייט אַ קליין ייִנגעלע מיט אַ גרויסן פֿלאַם

פֿון: אַבֿישלום פֿון שילוח

לײענט מער פּאָעזיע פֿון דעם אָ מחבר אינעם געדרוקטן זשורנאַל.