פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה



אַמאָל איז געװען
אַ געמיטלעך הויז
אין עק װעלט

אין דעם דאָזיקן הויז
האָבן געװוינט אַ טײַװל
מיט אַ חוצפּהדיקער מויז

האָט די מויז געזאָגט:
"לאָמיר זיך אָנשיכּורן
טאָג־אײַן טאָג־אויס"

װײַל די װעלט איז פֿול מיט צרות,
טרויער, שרעק און פּײַן
ס’איז אָבער אונדז נישט ביטער
כּל־זמן ס’איז פֿאַראַן י''ש

טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
טרינקען משקה, טרינקען י''ש
טײַװל, גײ אַ טאַנץ!

טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד פֿאַראַן

איז אָנגעקומען אין הויז
אַ כּלי־זמר מיט
אַ רויטער נאָז
האָט די מויז שטאַרק געלאַכט:
לאָמיר טרינקען משקה
אַ גאַנצע נאַכט
 
טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
דער כּלי־זמר שפּילט אַ לידעלע
טײַװל, גײ אַ טאַנץ!

טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד פֿאַראַן

זיבן ציגלעך
האָבן דאַן
די חבֿרותא פֿאַרבײַגעטאַנצט

האָט די מויז זײ צוגערופֿן:
"חבֿרים, קומט אַרײַן אין שטוב
און טרינקט מיט אונדז!"

טײַוול, גיי אַ טאַנץ!
אוי, חבֿרים, קומט אין קאָן
טײַװל, גײ אַ טאַנץ!

טײַװל, גיי אַ טאַנץ!
אַ סיבה פֿאַר אַ שֹימחה
איז תּמיד פֿאַראַן
פֿון: ניקאָלײַ אָלניאַנסקי

לײענט מער פּאָעזיע אינעם געדרוקטן זשורנאַל.