פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

די פֿאָן און דער הערב פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט





די פֿאָן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז פֿאַרהעלטנישמעסיק נײַ. מע האָט זי אָפֿיציעל אײַנגעפֿירט בלויז אין 1996. איר סימבאָליק איז די פֿאָלגנדיקע: דער ווײַסער קאָליר סימבאָליזירט ריינקייט. דער רעגן־בויגן ("קשת בענן") איז דער תּנ''כישער סימבאָל פֿון שלום, גליק און וווילזײַן. יענץ, וואָס דער רעגן־בויגן האָט זיבן קאָלירן, סימבאָליזירט, לויט דער אָפֿיציעלער דערלערונג, אויך די זיבן קנים פֿון דער אוראַלטער ייִדישער מנורה און די זיבן מיצוות פֿון בני־נוח.

דער הערב פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז אויך אָפֿיציעל אײַנגעפֿירט געוואָרן בלויז אין 1996. אויפֿן אַקוואַמאַרין־פֿעלד, וואָס סימבאָליזירט די טײַגע, געפֿינט זיך אַ טיגער – דער מלך פֿון די חיות פֿון דער ווײַט־מיזרחדיקער טײַגע. די צוויי ווײַס־בלוי־ווײַסע פּאַסן סימבאָלירן, לויט דער אָפֿיציעלער דערקלערונג, די הויפּט־טײַכן פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט – בירע און בידזשאַן, אָבער מע קאָן אין זיי דערזען אויך אַ רמז אויפֿן טלית, אַזוי ווי אויף דער פֿאָן פֿון מדינת־ישׂראל.