פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #5







דעם 7טן מײַ 2019 איז געוואָרן 85 יאָר, זינט דער געגרינדעטער אין 1930 ביראָבידזשאַנער ייִדישער נאַציאָנאַלער ראַיאָן איז פּראָקלאַמירט געוואָרן אַלס ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט מיט צוויי אָפֿיציעלע שפּראַכן – ייִדיש און רוסיש אין ראַטנפֿאַרבאַנד. יענע יאָרן איז דאָס ניט געווען די איינציקע ייִדישע טעריטאָריעלע אויטאָנאָמיע. סוף 20ער - אָנהייב 30ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט זײַנען אין אוקראַיִנע און קרים געשאַפֿן געוואָרן 5 ייִדישע נאַציאָנאַלע ראַיאָנען: דער סטאַלינדאָרפֿער, דער קאַלינינדאָרפֿער, דער פֿרײַדאָרפֿער, דער נײַ־זלאַטאָפּאָלער און דער לאַרינדאָרפֿער. אָבער די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט איז געווען אַ טעריטאָריעלע אויטאָנאָמיע פֿון אַ העכערן ראַנג – מיט אַ סך גרעסערער טעריטאָריע און רעסורסן, מיט אַ האָפֿענונג צו ווערן אַן אמתדיקע "ייִדישע סאָציאַליסטישע מלוכהשאַפֿט" אינעם באַשטאַנד פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד. אויף עטלעכע יאָר האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז דער טעריטאָריאַליסטישער טרוים, וועלכן עס האָט פּראָפּאַגאַנדירט נאָך פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה ישׂראל זאַנגוויל, קאָן מקוים ווערן אויפֿן סאָוועטישן ווײַטן מיזרח, וווּ דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט דערווערבן אַ נײַ היימלאַנד. ניט צופֿעליק האָט עמנואל קאַזאַקעוויטש געשריבן אין זײַן ראָמאַן אין פֿערזן "שלום און חווה" וועגן "שיינע טרוימען פֿון טײַגע, וואָס אויף ייִדיש רעדט, פֿון טײַכן, וואָס אויף ייִדיש שוימען". דווקא אָט די טרוימען האָבן צוגעצויגן אין ביראָבידזשאַן ענטוזיאַסטן ניט בלויז פֿון דער אייראָפּעיִשער טייל פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד, נאָר אויך פֿון אויסלאַנד, אפֿילו פֿון ארץ־ישׂראל, וווּ ציוניסטן האָבן שוין געהאַט אָנגעהויבן פֿאַרווירקלעכן זייער טרוים וועגן אוריונג (לויט דוד האָפֿשטיינס אויסדרוק) היימלאַנד, וואָס וועט רעדן אויף העברעיִש.

שוידערלעכע סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס פֿונעם סוף 30ער און פֿונעם סוף 40ער - אָנהייב 50ער יאָרן האָבן געמאַכט אַ תּל פֿון יענע טרוימען. די ייִדישע איבערוואַנדערונג אין דער אויטאָנאָמער געגנט האָט זיך פּראַקטיש אויפֿגעהערט, דאָס ייִדישע שולוועזן אין דער אויטאָנאָמער געגנט, אַזוי ווי דער פּראָפֿעסיאָנעלער ביראָבידזשאַנער ייִדישער טעאַטער, איז ליקווידירט געוואָרן. אין באַדינגונען פֿון אָפּדערווײַטערטקייט פֿון טראַדיציאָנעלע צענטערס פֿונעם ייִדישן לעבן האָט זיך אַלץ מער פֿאַרשטאַרקט די שפּראַכלעכע און די קולטורעלע אַסימילאַציע פֿון די ביראָבידזשאַנער ייִדן.

און פֿאָרט איז די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט געבליבן, ווען די אַלע אויבן דערמאָנטע נאַציאָנאַלע ייִדישע ראַיאָנען זײַנען שוין פֿון לאַנג ליקווידירט געוואָרן. אין ביראָבידזשאַן האָט ממשיך געווען אַרויסגיין אַ ייִדישע צײַטונג, אויסדיקציעס אויף ייִדיש האָבן רעגולער געקלונגען אויף דער געגנטלעכער ראַדיאָ, די צעטראַלע גאַס פֿון ביראָבידזשאַן און די געגנטלעכע ביבליאָטעק האָבן געטראָגן שלום־עליכמס נאָמען. נאָך מער – אין די 80ער יאָרן, ווען עס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן די שאָו־גרופּע "פֿריילעכס" און דער ייִדישער מוזיקאַלער קאַמער־טעאַטער, האָבן זיי עקזיסטירט אַדמיניסטראַטיוו אין די ראַמען פֿון דער ביראָבידזשאַנער געגנטלעכער פֿילהאַרמאָניע, הגם די באַזע פֿון "פֿריילעכס" איז פֿאַקטיש געווען אין קיִעוו און פֿונעם קאַמער־טעאַרטער - אין מאָסקווע.

אין די 90ער יאָרן האָט דאָס רובֿ ביראָבידזשאַנער ייִדן פֿאַרלאָזט די אויטאָנאָמע געגנט און מערסטנטייל עולה געווען קיין ישׂראל. און פֿאָרט האָט די ייִדישע אויטאָנאָמע גענגט (די איינציקע אויטאָנאָמע געגנט אין איצטיקן רוסלאַנד!) זיך אָפּגעהיט און אין איר בלײַבט נאָך אַלץ עפּעס ייִדישלעכס. ס'איז גענוג צו דערמאָנען וועגן דעם, אַז ייִדיש האָט אין דער אויטאָנאָמער געגנט אַ סטאַטוס פֿון "נאַציאָנאַלער" שפּראַך, אויספֿילדיק יענץ, וואָס מער רופֿט אין דער הײַנטצײַטיקער סאָציאָ־לינגוויסטק "דעקאָראטיווע" אָדער סימבאָלישע ראָלע. ייִדישע אויפֿשריפֿטן אין גאַסן און אויף געבײַדעס פֿון אָפֿיציעלע אַנשטאַלטן פֿון ביראָבידזשאַן קאָנען ניט נישט דערוואַרעמען הערצער פֿון אַנהענגער פֿון אונדזער מאַמע־לשון, וועלכע איז גאָר ניט צעבאַלעוועט בײַ הײַנטיקע צײַטן מיט אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס וווּ עס זאָל ניט זײַן. מעמאָריאַלע טאָוולען אויף ביראָבידזשאַנער הײַזער דערמאָנען, אַז אין אָט די הײַזער האָבן געוווינט אָדער געאַרבעט ייִדישע שריפֿטשטעלער.

אָמאָל זײַנען אויף דער מאַפּע פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד געווען אַ סך צענדליקער ייִדישע געאָגראַפֿישע נעמען. מע האָט זיי אַלע פֿאַרביטן אויף רוסישע און אוקראַיִנישע. ס'איז געבליבן נאָר דאָברושינע אין קרים, אינעם געוועזענעם פֿרײַדאָרפֿער ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן. ייִדישע איבערוואַנדערער, וועלכע האָבן געגרינדעט דאָס דאָרף אין 1927, האָבן עס אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם באַוווּסטן ייִדישן ליטעראַטור־קריטיקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער יחזקאל דאָברושין. דער סלאַווישער קלאַנג פֿון דעם נאָמען האָט געבראַכט צו דעם, אַז דאָברושינע איז געבליבן דאָברושינע, כאָטש יחזקאל דאָברושין אַליין איז אומגעקומען אין אָנהייב 50ער יאָרן אין אַ סאָוועטישער תּפֿיסה. בלויז אויף דער מאַפּע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט בלײַבן ביז הײַנט אַזעלכע נעמען, ווי וואַלדהיים, נײַפֿעלד, ביראָפֿעלד, אַמורזעט (דאָס איז ראשי־תּבֿות פֿון די רוסישע ווערטער "די אַמורער ייִדישע לאַנדס־געזעלשאַפֿט"). די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט עקזיסטירט שוין 85 יאָר, און מיר ווידמענען פֿולקום איר יוביליי אָט דעם נומער פֿון "ייִדישלאַנד". די מאַטעריאַלן פֿונעם נומער זײַנען פֿאַנאַנדערגעשטעלן אַזוי, אַז ס'זאָל זיך שאַפֿן אַ מין כראָנאָלאָגיש אויסגעמאָסטן בילד פֿון דער ביראָראָבידזשאַנער געשיכטע.