פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #6-7



אָט דער נומער פֿון אונדזער זשורנאַל איז אין אַ געוויסן זין אַ המשך פֿון אַ וויכּוח, וואָס מיר האָבן געפֿירט צווישן זיך בעת באַהאַנדלען אייגנטלעך די מעגלעכקייט אים צו גרינדן. דער וויכּוח איז געגאַנגען אַרום דער פֿרעגע, ווי דאַרף מען שרײַבן דעם נאָמען פֿונעם נײַעם זשורנאַל – אין איין וואָרט אָדער אין צוויי ווערטער, "ייִדישלאַנד" אָדער "ייִדיש לאַנד".
דער ערשטער וואַריאַנט איז שוין אַן אײַנגעוואָרצלטער באַגריף, וואָס האָט אין זינען דעם קולטור־רוים פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ער איז אײַנגעוואָרצלט ניט בלויז אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף ענגליש –Yiddishland  און דורך ענגליש – אויף אַנדערע שפּראַכן. דער צווייטער וואַריאַנט האָט געהאַט אַ צוויידײַטיקייט. מע האָט געקאָנט פֿון אים פֿאַרשטיין, אַז דער זשורנאַל איז ניט נאָר אויף ייִדיש, ניט נאָר וועגן ייִדיש, נאָר אויך אַז ער איז אַ ישׂראלדיקער זשורנאַל, ווײַל ער דערשײַנט אין אונדזער ייִדיש לאַנד.

צום סוף איז אויסגעקליבן געוואָרן דער ערשטער וואַריאַנט, נאָר אויך אינעם וואַריאַנט "ייִדיש לאַנד" איז עפּעס געווען. איז איצט קערן מיר זיך אַ ביסל צוריק. דער דאָזיקער נומער פֿון "ייִדישלאַנד" באַשטייט פֿולקום פֿון ווערק פֿון ישׂראלדיקע מחברים. מע קען אים בעצם באַטיטלען "ייִדיש לאַנד". מיר, ייִדישיסטן פֿון דער העברעיִשער מלוכה, שטאַמען פֿון אַ וואַזשנעם ייִחוס. די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין מדינת־ישׂראל איז לענגער פֿון דער געשיכטע פֿון אונדזער באַנײַטער נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט אין ארץ־האָבֿות. דערמאָנט זיך כאָטשבי אין יוסף פּאַפּיערניקאָווס זאַמלונג "אין זוניקן לאַנד: פּאַלעסטינער לידער", וואָס איז דערשינען אַזש אין 1927. מיר באַטראַכטן זיך ווי נאָך אַ רינג, וואָס איז ממשיך די גאָלדענע קייט פֿון דער ישׂראלדיקער ייִדישער ליטעראַטור. ניט צופֿעליק עפֿענען אָט דעם נומער נײַע לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, וועלכע האָט גענומען אַן אָנטייל אין דער מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקייט און דערנאָך אין דער ליטעראַטורגרופּע "יונג־ישׂראל".

אַ טייל מאַטעריאַלן פֿונעם נומער זײַנען ניט בלויז אָנגעשריבן דורך ישׂראלים, נאָר אויך פֿאַרבונדן דירעקט אָדער אומדירעקט לויט זייער טעמאַטיק מיט ארץ־ישׂראל. ווי, למשל, דער פֿאָרשונגס־אַרטיקל פֿון דאָקטאָר ענת אדרת פֿונעם בר־אילן אוניווערסיטעט, וועלכער דערציילט וועגן אַזאַ ווייניק באַקאַנטן און אייגנאַרטיקן זשאַנער פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור ווי איטינעראַריעס – באַשרײַבונגען פֿון רײַזעס פֿון אייראָפּע קיין ארץ־ישׂראל, האַלב־רעאַלע, האַלב־אויסגעדאַכטע.

נאָך אַזעלכע גדולים ווי ישׂראל צינבערג און שמעון דובנאָוו באַטראַכטן אויך מיר די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַן אָרגאַנישן באַשטאַנדטייל פֿון דער ליטעראַטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. בימי צינבערג און דובנאָוו זײַנען די הויפּט־שפּראַכן פֿון אָט דער פֿילשפּראַכיקער ליטעראַטור באַנאַנד מיט ייִדיש געווען העברעיִש און רוסיש. מעשׂה אָבֿות – סימן לבּנים: אין אָט דעם נומער פֿון "ייִדישלאַנד" וועט איר געפֿינען באַנאַנד מיט אָריגינעל געשריבענע אויף ייִדיש ווערק אויך איבערגעזעצטע ווערק פֿון ישׂראלדיקע אויטאָרן, וועלכע שאַפֿן אויף העברעיִש און אויף רוסיש.

מיר פֿאַרגעסן ניט, חלילה, אַז מדינת־ישׂראל איז איבערהויפּט אַ העברעיִשע מלוכה. דערפֿאַר פֿאַרשליסן מיר אָט דעם נומער מיט אַ נײַ זינגליד "דער זומער שטאַרבט אָפּ", וואָס דער באַוווּסטער תּל־אָבֿיבער קאָמפּאָזיטאָר אַבֿי בנימין האָט פֿאַרפֿאַסט אויף די ווערטער פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער העברעיִשער פּאָעזיע חיים־נחמן ביאַליק, וועלכער האָט, ווי באַוווּסט, געשריבן לידער ניט בלויז אויף העברעיִש, נאָר אויך אויף ייִדיש.

די צײַטן זײַנען איצט שווערע. די מגפֿה פֿונעם קאָראָנעווירוס צווינגט פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין דער היים, ברעכנדיק דעם געוויינלעכן אַרט לעבן. איז מיר האָבן באַשלאָסן מאַכן אַ טאָפּלטן נומער. דער דאָזיקער נומער איז צוויי מאָל גרעסער פֿון אַ געוויינלעכן. איר זאָלט האָבן אַ סך וואָס צו לייענען. אַלץ אויף ייִדיש און אַלץ ארץ־ישׂראלדיקס, ווי מע זאָגט, "תּוצרת כחול־לבֿן".

אָבער דאגהט ניט, אונדזערע ברידער, מיטדענקער און מחברים מעבֿר־לים, אין גלות־לענדער. מיר קלײַבן זיך גאָר ניט זיך אָפּטיילן פֿון אײַך. ס'איז פּשוט אַזאַ איינמאָליקער פּרוּוו אַ קוק צו טאָן, אויף וואָס טויגן מיר, די ישׂראלדיקע ייִדישיסטן, אַליין פֿאַר זיך. איז גיט אַ קוק.