פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #8

 


די לעצטע חדשים זײַנען געווען שווערע און גאָר ניט קיין פֿריילעכע פֿאַר דער גאָרער וועלט. ס'איז גאָר ניט די ערשטע און, גאָט־זאָל־אָפּהיטן, מעגלעך ניט די לעצטע שווערע תּקופֿה אין דער געשיכטע פֿון דער מענטשהייט בכלל און פֿון אונדזער פֿאָלק בפֿרט. אָבער מע האָט זיך שוין ווי־ניט־איז צוגעוווינט גובֿר צו זײַן. ווי עס האָט געזונגען מאיר אריאל: "עבֿרנו את פּרעה, נעבֿור גם את זה" – "מ'האָט איבערגעלעבט פּרעהן, וועט מען אויך דאָס איבערלעבן". אָדער ווי עס פֿלעגן אין ביטערע צײַטן להכעיסדיק אַרויסרופֿן די מאָסקווער ייִדיש־רעדנדיקע רעפֿיוזניקעס סוף 1960ער: "לעבן, דערלעבן און איבערלעבן!" די אַלגעמיינע ווײַט ניט קיין פֿויגלדיקע שטימונג האָט אַװדאי משפּיע געווען אויך אויף די מיטגלידער פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון "ייִדישלאַנד" בעת דער אַרבעט איבער דעם איצטיקן נומער, אָבער מע גיט זיך ניט אונטער.

מיר האָבן שוין געהאַט אַרויסגעלאָזט אַ ריי טעמאַטישע נומערן. איינער איז געווען געווידמעט איבערזעצונגען אין ייִדיש פֿון אַנדערע שפּראַכן, אַן אַנדערער איז אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער דיכטונג, דערנאָך נאָך איינער – אַ "ביראָבידזשאַנער" נומער און גאָר לעצטנס אַ "כּולו־ישׂראלדיקער" נומער מיט ווערק און שאַפֿונגען פֿון ישראלדיקע מחברים. דער איצטיקער נומער איז ווי די סאַמע ערשטע צוויי אָפּגעגעבן דער אָנגייענדיקער אַרבעט פֿון הײַנטיקע פּאָעטן, פּראָזאַיקער, פּובליציסטן, פֿאָרשער.

מיר האָפֿן אַז פֿון צײַט צו צײַט וועט מען אויך ווײַטער קאָנען צוגרייטן ספּעציִעלע "טעמאַטישע" נומערן, אָבער קודם־כּל מוז מען אָנגיין מיט דער הײַנטיקער שעפֿערישקייט ווי־ווײַט מעגלעך אויף אַ ברייטן פֿאַרנעם, כּסדר מיט אַן אויפֿריכטיקער כּוונה, אי ערנסט, אי מיט אַ גוטהאַרציקן שמייכל.

יעדערער וועט מישפּטן וואָס איר אָדער אים איז אין דעם נומער מער צום האַרצן און למען־השם נעמט זיך ניט צום האַרצן טאָמער שטויסט איר זיך אָן אויף עפּעס וואָס איז אײַך לאוו־דווקא צום גוסט. אַבי מ'זאָל לייענען מיט קאָפּ דאָס, וואָס איז יאָ אינטערעסאַנט און צום האַרצן. און אויב דאָ און דאָרט וועט מען אַ לאַך טאָן, איז נאָך בעסער. אַבי ניט מיט יאַשטשערקעס.