פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #9

 


אַוודאי, מע קען מאַכן אַן אָנשטעל, אַז די ייִדישע וועלט האָט זיך ניט געביטן און איז ממשיך צו לעבן לױט די כּללים און נאָרמעס פֿון, לאָמיר זאָגן, אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, און מע קען אַפֿילו זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בויך, אַז ס'רובֿ ייִדן האַלטן ייִדיש פֿאַר זייער מוטערשפּראַך, און די ייִדישע קינדער ווערן געבוירן מיט זייערע מאַמעס גליק־געשרייען אויף ייִדיש, און ווער רעדט שוין וועגן דער שּׂימחה, – הערט, הערט, דאָס קינד האָט געזאָגט זײַן ערשט וואָרט – מאַמע... און אפֿשר – טאַטע...

ווען מיר, די רעדאַקציע־מיטגלידער, האָבן באַשלאָסן צו באַשּׂימחהן דעם לייענער מיט אַ קינדער־נומער, האָבן מיר דערלויבט יעדן איינעם אויסצוקלײַבן פֿאַר דעם אָ נומער פּונקט דאָס וואָס וועט אים מאַכן גוט אויפֿן האַרצן. און דעם אמת געזאָגט, אין אונטערשייד פֿון די "פֿאַר דערוואַקסענע"־נומערן, עס האָט זיך אויסגעוויזן, אַז דער גרעסטער פּראָגבלעם איז אויסצוקלײַבן אַ באַגרענעצטע צאָל ווערק פֿון באמת אַ ים פּרעכטיקע ווערק, סײַ פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן עזבֿון און סײַ פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדישע שרײַבער. ייִדישע חדר־ייִנגעלעך פֿלעגן אַ מאָל אַ שוויץ טאָן מיט אַ ווערטל – אויך מיר אַ קונץ צו זײַן אַ בעקער! מע נעמט אַ טייגל און מע מאַכט אַ בייגל... און אפֿשר טאַקע דעריבער הייבט זיך אָן דער אָ נומער מיט אַ קלאַסישן אַרטיקל פֿון ש. אַנ־סקי וועגן די פֿאָלקס־קינדער־לידער מיט אַ רײַכן צוגאָב פֿון דרײַ און דרײַסיק לידער, געשאַפֿענע פֿון ייִדישע קינדער.

אַחוץ די ווערק פֿון אונדזערע שטענדיקע מחברים – וועלוול טשערנין, משה לעמסטער, באָריס קאַרלאָוו, יואל מאַטווייעוו, יעל לוי און ענת אדרת, וועט אונדזער לייענער געפֿינען די לאַנג דערוואַרטע ווערק פֿון דאַניִיִל כאַרמס און וואַדים לעווין אין מאָדערנע ייִדישע "מלבושים". די מאָדערנע ייִדישע פּראָזע פֿאַר קינדער רעפּרעזענטירט ייִדישער שריפֿטשטעלער און פֿאַרלעגער ניקאָלײַ אָלניאַנסקי. מיר באַגריסן דעם באַקאַנטן ייִדישן לעקסיקאָלאָג און קולטור־טוער איציק מײַערס (אַלכּסנדר סאָלדאַטאָוו) מיט דער פּרעמיערע אויף די זײַטלעך פֿון "ייִדישלאַנד", – עס זאָל זײַן אין אַ גוטער און אַ מזלדיקער שעה!

ווי שטענדיק, וועט אונדזער לייענער הנאה האָבן פֿון די טיילן "נײַע זינגלידער" און "נײַע ביכער".

די אַרטיקלען פֿון לעאָקאַדיע פֿרענקעל און יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ שילדערן די ראָליע וועלכע ייִדיש קאָן הײַנט־צו־טאָג שפּילן בפֿועל ממש אין דער דערציִערישער און שעפֿערישער פֿאַרווײַלונג בײַ אַ טייל קינדער אין סאַנקט־פּעטערבורג און אין ביראָבידזשאַן.

די רעדקאָלעגיע האָט געהאַט גרויס הנאה צו אַרבעטן איבערן קינדער־נומער, און כאָטש דאָס פֿאָלק זאָגט, אַז – אויף אַן אייגן קינד זײַנען עלטערן בלינד – האָפֿן מיר זייער, אַז אויך דער לייענער וועט הנאה האָבן. און בכלל, איר קענט דאָך דאָס ווערטל וועגן די יִדישע קינדער:

אַז מע לייגט אַרײַן גוט, נעמט מען אַרויס גוט...