פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פּיקהאָלץ


 

עס האָבן שלמהלע מיט רײזעלע

אַ מאָדנע פֿײגעלע דערזען:

דער קאָפּ איז רױט, אַ גרױלעך נעזעלע

און גרױס אַכט אינטשעס אָדער צען.

 

טאַטע נעמט דאָס פֿײגל־ביכל,

גיט ער דאָרט אַ קוק אַרײַן.

קומט די מאַמע אין איר טיכל,

טראַכט פֿאַרטיפֿט: װער קען דאָס זײַן?

 

דאָ טוט דאָס ייִנגל אַ כאַפּ יענעם בוך,

בלעטערט אַ רגע און שמײכלט מיט שטאָלץ:

טאַטע, װי הײסט ער אױף ייִדיש?

װער? אוך!


דאָס איז, מײַן זון, זאָלסטו װיסן – פּיקהאָלץ.