פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #10

 


איר האַלט אין די הענט דעם צענטן נומער פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד". י' לויט גמטריא. דער דאָזיקער אות טרעפֿט זיך צום ערשטן מאָל אין דער תּורה אין אָנהייב פֿון אַ וואָרט אינעם פּסוק "יהי אור". און אונדזער זשורנאַל, וואָס אין זײַן נאָמען זײַנען פֿאַראַן צוויי יו''דן, איז טאַקע געקומען אויף דער וועלט צו ברענגען שײַן און צו פֿאַרטרײַבן חושך פֿון גלײַכגילטיקײַט און ייִאוש. אַזוי, ווי מע זינגט אין שׂרה לוי־תּנאיס ליד, וועלכע דאָס רובֿ ישׂראלים קענען פֿון קינדערגאָרטן אָן: "באנו חושך לגרש" – ממש אַזוי.

דאָס איז ניט קיין טעמאַטישער, נאָר סתּם אַ געוויינלעכער נומער, וועלכער שפּיגלט אָפּ דעם לעבעדיקן דופֿק פֿון אונדזער ליטעראַטור. און ס'איז דאָ אַ סיבה פֿאַר אָפּטימיזם. "ייִדישלאַנד" האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען אין סוף 2018. זינט דעמאָלט יעדע דרײַ חדשים באַווײַזט זיך אַ נײַער נומער, און ער געפֿינט זײַנע לייענער אומעטום, וווּ מע לייענט ייִדיש. אמת, טראָץ דעם, האָט דער איינציקער ייִדישער ליטעראַטור־זשורנאַל אין דער הײַנטיקער וועלט ניט זוכה געווען צו אַ שטיצע אָדער לכל־הפּחות צו אַ גוט וואָרט מצד אָפֿיציעלע אינסטאַנצן פֿון דער העברעיִשער מלוכה און מצד דעם ישׂראלדיקן פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער מישטיינס געזאָגט. אפֿשר אַזוי איז אפֿילו בעסער. "ייִדישלאַנד" איז געווען און געבליבן אַן אומאָפּהענגיקער זשורנאַל. דערפֿאַר מעגן מיר פֿראַנק און פֿרײַ ווי קינדער אין קינדערגאָרטן דערזינגען ביזן סוף אונדזער ליד: "סורה חושך! הלאָה שחור! סורה מפּני האור!"

דער נומער ווערט דערעפֿנט מיט אַן עסיי פֿון וואַלערי דימשיץ, וואָס דערציילט וועגן דעם, ווי פּעטערבורג, וועלכער איז קיינמאָל ניט געווען קיין ממשותדיקער מקום פֿון קולטור אויף ייִדיש, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ וויכטיקן ייִדישיסטישן צענטער. "ייִדיש אין אַ ניט־ייִדישער שטאָט" - אַזוי הייסט דער דאָזיקער עסיי. דער מחבר האָט געמיינט בלויז פּעטערבורג, אָבער בײַ הײַנטיקע צײַטן זײַנען אַלע שטעט, און ניט בלויז פּעטערבורג "ניט־ייִדישע". און פֿאָרט, ווי עס באַווײַזט דער מוסטער פֿון פּעטערבורג, איז דאָס ניט אומצוריקערלעך. הלוואי אויך אין אַנדערע ערטער, אַזוי ווי אין פּעטערבורג, וועלן מיר זען, ווי עס ווערט מקוים דאָס געזאָגטע אינעם פּסוק – אבֿן מאסו הבונים הייתה לראָש פּינה, דער שטײן, װאָס די בױמײַסטער האָבן פֿאַראַכט, איז געװאָרן צום הױפּטװינקל.