פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

פֿון דער רעדאַקציע #11-12


עס הייבט זיך אָן דער צווייטער צענדליק אין דער נומעראַציע פֿון אונדזער זשורנאַל. דאָס איז, לויט  אונדזער מיינונג, אַ גענוגנדיקע סיבה צו טענהן, אַז "ייִדישלאַנד" איז שוין געוואָרן אַ ממשותדיקע דערשײַנונג אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. יעדנפֿאַלס, לית מאן דפּליג לגבי דעם פֿאַקט, וואָס אונדזער איניציאַטיוו איז ניט געווען קיין איינמאָליקע. מיר האָבן זיך איבערצײַגט, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט נאָך גענוג כּוחות פֿאַר איר שעפֿערישן ליטעראַרישן המשך און אַנטוויקלונג אויך אינעם 21טן יאָרהונדערט. באַנאַנד מיט די שוין באַקאַנטע מחברים באַווײַזן זיך אויף די שפּאַלטן פֿון "ייִדישלאַנד" אויך נײַע נעמען פֿון יונגע אויטאָרן, וועלכע שטעלן דאָ זייערע ערשטע טריט אין אונדזער ליטעראַטור. דאָס דערפֿרייט אונדז אוודאי און דערמאָנט אונדז אַן איבעריק מאָל דעם נבֿיאס ווערטער, אַז לא אַלמן ישׂראל.

מיר לייגן צו אַ סך כּוחות כּדי אונדזער זשורנאַל זאָל זײַן ניט נאָר אַן אינסטרומענט פֿאַרן אָפּהיטן דאָס ייִדישע לשון גופֿא, נאָר אויך אַ בינע פֿאַר איכותדיקער ליטעראַרישער שאַפֿונג אויף ייִדיש און אַן עכטע אַספּקלריא פֿונעם ייִדישן ליטעראַטור־פּראָצעס, ווי אויך פֿון דער "ייִדישיסטישער" קולטור־טעטיקייט און ייִדיש־פֿאָרשונג איבער דער גאָרער וועלט. פּשוט גערעדט, ווילן מיר עס זאָל זײַן אינטערעסאַנט צו לייענען יעדן נומער. הגם ס'איז נאָך זיכער דאָ אַ סך וואָס צו פֿאַרבעסערן, מעגן מיר דערווײַל מיט אַ געוויסן נחת־רוח אונטערציִען לעת־עתה אַ שטיקל סך־הכּל, פֿאַרעפֿנטלעכנדיק אין דעם דאָזיקן נומער דאָס אינהאַלט פֿון די ערשטע 10 נומערן פֿון "ייִדישלאַנד".

מיר פֿאַרלירן ניט קיין בטחון און גלייבן באמונה־שלמה, אַז די ייִדישע שפּראַך און די ייִדישע ליטעראַטור וועלן ניט נעלם ווערן אויך אינעם סוף פֿונעם 21טן יאָרהונדערט. ווי עס שטייט געשריבן אין טעאָדאָר הערצלס "אַלטנוילאַנד", "ווען איר וואָלט, איסט עס קיין מערכען", מאַכן די העברייער: "אם תּרצו, אין זו אַגדה". מיט דער האָפֿענונג, אַז ס'וועט טאַקע זײַן אַזוי (כּן יהי רצון), הייבן מיר אָן אין דעם דאָזיקן נומער אַ נײַע רובריק "מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט", כּדי מאַכן אונדז אַלעמען קלאָרער דאָס איצטיקע בילד פֿונעם ייִדישן ליטעראַטור־פּראָצעס און העלפֿן דערבײַ אַ ביסל די היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע וועלן, מירצעשעם, אַרבעטן אינעם 22טן יאָרהונדערט.