פֿון דער רעדקאָלעגיעליטעראַטורייִדישפּאָעזיע מוזיק דערצײלונגעןפֿילם און טעאַטער

ייִדישלאַנד

װאַלערי דימשיץ


געבױרן געװאָרן אין 1959 אין לענינגראַד. זיך געלענט אין לענינגראַדער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט. דאָקטאָר פֿון כעמיע־װיסנשאַפֿטן. איבערזעצער פֿון ענגליש, דײַטש און ייִדיש אױף רוסיש. רעדאַקטאָר און איבערזעצער פֿון 25 ביכער, צװישן זײ די װערק פֿון שלום־עליכם, איציק מאַנגער, זישע לאַנדױ, ה. לײװיק, י. י. זינגער, זלמן שנאור, י. ראַבאָן א"אַ. דימשיץ איז אַ מיטגליד פֿונעם אַלרוסלענדישן שעפֿערישן פֿאַרבאַנד "מײַסטער פֿון די ליטעראַרישע איבערזעצונגען". אָנטײל גענומען אין 23 ייִדישע פֿאָלקלאָר־און עטנאָגראַפֿיע־עקספּעדיציעס אין אוקראַיִנע, װײַסרוסלאַנד, מאָלדאָװע, ךליטע, אוזבעקיסטאַן, אַזערבײַדזשאַן, גרוזיע, דאַגעסטאַן און רומעניע. זינט 1999 איז װ. דימשיץ אַ מיטאַרבעטער פֿונעם װיסנשאַפֿט־צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִק" בײַם אײראָפּעיִשן אוניװערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג. פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאַנקט־פּעטערבורגער מלוכישן אוניװערסיטעט. רעדקאָלעגיע־מיטגליד פֿונעם זשורנאַל "עם הספר עם הספר".